קרישקעלעך
חיזוק און בליצן איבער די נושא פון שידוכים
חיזוק און בליצן איבער די נושא פון שידוכים
געווען אמאל א איד וואס האט געהאט גאר א באליבטע פערד וועלכע איז געווען ווי זיין רעכטע האנט, דערמיט איז ער געפארן, געשלעפט, געארבעט.
איין טאג איז דאס פערד אנטלאפן אין וואלד אריין!
זענען די שכנים געקומען מיט רחמנות און געקרעכצט:“אוי וויי, אזא שלעכטס!”. רופט זיך דער איד אן: “פון וואו ווייסט איר אז דאס איז שלעכט?”
ס'איז אריבער אפאר טעג און דאס פערד איז דא צוריק!, אבער נישט אליין.. נאר ער האט גאר מיטגעברענגט נאך עטליכע פערד!
די שכנים קומען צו לויפן: “אה! ביסט גערעכט געווען, דאס איז גאר געווען א גוטע זאך!”. רופט זיך דער איד אן: “פון וואו ווייסט איר אז דאס איז גוט?”
שפעטער האט זיין זון פראבירט רייטן אויף איינע פון די נייע פערד. דער פערד האט אים אנידער געווארפן און צובראכן א פוס!
די שכנים שרייען: “אוי, יעצט איז זיכער שלעכט!”. דער איד זאגט: “פון וואו ווייסט איר אז דאס איז שלעכט?”
קורץ דערויף זענען סאלדאטן פון קעניג געקומען נעמען בחורים אין מיליטער. אלע זענען אוועקגעפירט געווארן אבער זיין זון מיטן צעבראכענעם פוס, איז געבליבן!.
מיר קענען דערפון לערנען א געוואלדיגע לעקציע פאר שידוכים, צומאל קלערט מען: דאס טוט שטערן מיין שידוך און יענץ וועט ברענגן מיין שידוך, און מ'ווערט שטארק צובראכן און דערביטערט
אבער וויסן זאלסטו אז ס'איז מעשים בכל יום אז דוקא דאס וואס האט אויסגעזען ווי די צוריקהאלט איז גאר געווען די ישועה!
דוקא זיין עלטערע יארגאנג האט איבערצייגט אויף זיין ערוואקסנקייט!
דוקא דאס לאזן א יונגערע גיין קודם האט געוויזן אויף איר גוט הארץ!
דוקא די באוואקסענע בארד האט עדות געזאגט אויף זיין שטארקייט!
דוקא די שטוב מצב האט געהויבן איר ספעציעלקייט!
אשר על כן טייערע ברודער! לאמיר זיך אינגאנצן איבערגעבן אין די הענט פונעם אייבערשטן און טון השתדלות ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, אבער די שידוך זעלבסט וועט קומען פונעם יושב ומזווג זיווגים אליינס, מיט מזל און גליק!
מיט עטליכע יאר צוריק האט אמעריקא אויפגעבויעט די צוויי וועלטס העכסטע געביידע'ס דינענדיג אלס די שטאלץ פארן לאנד. בימים ההם האבן אלע מיטגעהאלטן מיט שפאנונג ווי ס'בויעט זיך נאך א שטאק און נאך א שטאק ביז צו איר אויסטערלישן הייעך
אריבער איז אפאר יאר ווען איין שיינעם צופרי האט די וועלט אויפגעטרייסלט מיט די ברעכענדע נייעס אז די צוויי וואלקן קראצער זענען צעפאלן ווי שפילצייג, און ביז מינוטן זענען די יארן פון הארעוואניע געגאנגען א גאנג! א אקט וואס האט אפגעקאסט פולע לעבנס, אסטראנאמישע שאדנ'ס און איבערגעלאזט א שרעק פונעם צוקונפט
טייערע ברודער! מה ענין וואלקן קראצער אצל שידוכים?!
שטייט א טאטע און א מאמע און האדעווען אויף זייער יונגעלע מיט הארץ און נשמה, זיי ווילן געוויס דאס בעסטע פאר זייער קינד, זיי האפן און שטרעבן אז זייער צדיק'ל זאל זיין א שטאלץ פאר די משפחה און ברענגען נאר נחת. דאס קינד ווערט גרעסער און גרעסער, פון חדר צו ישיבה קטנה, דערנאך ישיבה גדולה, נאך א יאר און נאך א יאר ביז ער ווערט שוין קע"ה 18, אבער דא געשעהט עפעס אומדיירעקט..
די עלטערן באטראכטן זייער זון און קלערן אז ער איז נאכנישט גענוג מעטשור און רייף חתונה צו האבן.. חז"ל זאגן טאקע אז בן שמונה עשרה לחופה, די צייט פון חתונה האבן איז ביי די 18, אבער זייער זון איז נאכנישט גענוג ערוואקסן, און בכלל היינטיגע צייטן איז שוין אנדערש ווי אמאל, די היינטיגע יוגענט זענען גרויסע בעבי'ס, און מ'באשליסט אז "אונז הערן נאכנישט אויס ביז א געוויסע צייט"
דאס זעלבע שפילט זיך אפ אין א צווייטע שטוב מיט א מיידל וועלכע די עלטערן מחמת אמת'ע געטריישאפט פארשטייען אז זייער טאכטער איז נאכנישט רעדי אויפצושטעלן א אייגענע שטוב.
און אזוי לאזן זיי די קינדער וואקסן און אונטערוואקסן ביז די עפעלעך וועלן ווערן אינגאנצן רייף. ווען פלוצלינג.. און אומערווארטעט טראסקעט ליידער אראפ די גאנצע געבוי, און אנשטאט ווערן רייפער, טרעפט מען זיך מיט א עפל וואס איז שוין איבערגערייפט! ליידער הערט מען נאכאנאנד גוטע בחורים און געלונגענע מיידלעך וואס מ'האט זיי געלאזט ווערן בעסער, און ס'האט זיך צום סוף געענדיגט דאס פארקערטע..
אוודאי ווען מ'טוט וואס מ'קען, און מן השמים איז באשערט צו ווארטן, דארף מען זיך אינגאנצן פארלאזן אויפן אייבערשטן און גלייבן אז הוא בורא ומנהיג לכל הברואים און ער האט פון קיינעם חלילה נישט פארגעסן!
אבער טייערע עלטערן! איר מיינט דאך די טובה פון אייער קינד, די גרעסטע טובה וואס איר קענט טון פון די מינוט וואס די זייגער קלאפט אויף 18, איז זיי העלפן טרעפן זייער באשערטע, ווייל פון יעצט איז לא 'טוב' היות האדם לבדו, ס'איז נישט גוט פאר זיי נישט ברחוניות און נישט בגשמיות און כל שכן היינטיגע צייטן
א איד איז אמאל אריינגעקומען צו הרה"ק מסאטמאר זצ"ל זיך אפרעדן אז מ'טראגט אן פאר זיין זון א היינטיגער שידוך און זיין זון וויל טון דעם שידוך. האט אים דער רבי געזאגט: טוה שנעל א היינטיגע, ווייל אז נישט וועסטו מארגן דארפן טון א מארגן'דיגע..
אשר על כן, לאמיר צוגיין אן קיין זארג און שרעק וויסענדיג אז דאס איז די רצון ה', ווי מיר טרעפן ביי חזקי' המלך וואס האט נישט געוואלט חתונה האבן צוליב וואס ער האט געזען אז ס'וועלן ארויסקומען פון אים נישט ערליכע קינדער, האט אים ישעי' הנביא געזאגט אז ער דארף טון וואס דער אייבערשטער האט געהייסן, און דער אייבערשטער וועט שוין טון דאס זייניגע. לאמיר זוכן פאסיגע שידוכים פאר אונזערע קינדער און מיר וועלן בעזר ה' זען אסאך אידיש נחת און לעכטיגע דורות!!
די גמרא פארציילט אז ס'איז געווען א איד וואס האט געהאט א ניס (א שוועסטער קינד) וואס ביידע פון זיי זענען געווען אין שידוכים, אבער צוליב איר נישט-שיינע אויסזעהן האט דער איד געמאכט א נדר אז ער גייט איר נישט נעמען פאר א כלה
האט מען אריינגעברענגט דעם פרוי צום גרויסן תנא רבי ישמעאל און רבי ישמעאל האט איר באצירט און שיין געמאכט.
דאן האט ער געלאזט רופן דעם פעטער און געפרעגט: זאג מיין קינד, פון דעם פרוי האסטו געמאכט א נדר?, האט ער געענטפערט "ניין", נאך וואס זי האט שוין אויסגעזען גוט
האט רבי ישמעאל גע'פסק'נט אז ער מעג חתונה האבן מיט איר טראץ זיין נדר!
דערנאך האט דער גרויסער תנא רבי ישמעאל זיך צעוויינט און געזאגט: "אידישע טעכטער זענען אין אמת'ן שיין, נאר די ארימקייט פארמיאוסט זיי!
און אזוי האט רבי ישמעאל גליקליך געמאכט נאך פולע אידישע טעכטער דורכן ארויסהייבן זייערע מעלות איבער זייערע חסרונות
טייערע ברודער און שוועסטער, ס'דרייען זיך ארום צווישן אונז אן א שיעור עלטערע בחורים און מיידלעך, גרושים און גרושות וואס האבן באמת גאר אסאך מעלות און קוואליטעט, און פונדעסטוועגן עלטערן זיי זיך אין פריידן צוליב געוויסע סיבות וואס זענען לעכערליך אדער צומאל ווי א שפיי אינעם ים הגדול אנטקעגן זייערע מעלות
מ'טראגט אונז אן גאר גוטע און פאסיגע שידוכים און מיר ווארפן דאס אפ צוליב א קלייניקייט, און מ'קוקט אויפן פארלוסט און נישט אויפן גרעסערן פארדינסט, אבער טראכט אריין:
א לייכטע הויקער איז נישט קיין סתירה מיט א הארץ פון גאלד
א ברייטע געשטעל איז נישט קיין סתירה מיט א פרייליכע נאטור
א רויטליכע האר קאליר איז נישט קיין סתירה מיט געטריישאפט
ווייסע זאקן שבת איז נישט קיין סתירה מיט א געוואונטשענע שלום בית
א טאטע תרח איז נישט קיין סתירה מיט א קינד א צדיק
א בחור וואס רייכערט איז נישט קיין סתירה מיט אויפהערן
א שטילערע מיידל איז נישט קיין סתירה מיט זיין א אשת חיל
און לאמיר אייך זאגן א סוד: א יעדע מענטש אויף דעם פלאנעט האט חסרונות אבער אויך מעלות, און אונזער ארבעט איז טאקע שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם
געדענקט! א יעדע שטוב וואס מ'טראגט אייך אן, האט טאקע א מיסט קאסטן אבער אויך א שיינע טשענדעליר, די טשענדעליר פארלירט נישט איר שיינקייט ווייל די הויז האט א מיסט־קאסטן. א טייערע נשמה פארלירט נישט אירע מעלות ווייל זי האט עטליכע חסרונות.
און איבער אלעם דארף מען געדענקן, וואס ס'איז באשערט וועט ממילא ווערן, וואס מער מ'ווייסט פון פריער אלס ווייניגער סופרייזעס האט מען שפעטער
מיט ארום צוויי הונדערט און פופציג יאר צוריק, גענוי אין די טעג פון בין המצרים, זענען אין די שטעטליך פון פוילן ארומגעגאנגען קלאנגען אז די רעגירונג גרייט זיך אויסצופירן א שוידערליכע געזעץ אז בחורים און מיידלעך וועלן זיך מוזן שטעלן אין מיליטער, וואס דאס וועט פארלאנגען אז א בחור טאר נישט חתונה האבן ביז די דרייסיג! און א מיידל ביז די פינף און צוואנציג!
די אידן וואס האבן געהאט פארבינדונגען מיט די הויכע פענסטער'ס האבן געוואוסט פעסט צו שטעלן אז דאס איז נישט קיין וויץ נאר א פלאן וואס גייט אט אט אריין אין קראפט, און איז ערווארטעט נאכצופאלגן מיט שטרענגע שטראפן פאר די וואס וועלן פארלעצן דעם געזעץ!
ס'איז געווארן אן איבערקערעניש צווישן די אידישע בירגער, מענטשן זענען אריין אין א שטארקע פאניק. ווער ס'האט געהאט א בחור אדער מיידל אין די יארן פון שידוכים, האט ביז טעג און שעות געטראפן א שידוך פאר זיי, שדכנים זענען געווען פארנומען ביז איבערן קאפ..
די זארג איז געוואקסן פון טאג צו טאג, אז מענטשן האבן פשוט גענומען טון שידוכים אפילו מיט די קינדער אונטער די בר מצוה, און געוויסע האבן אפילו געפירט אונטער די חופה קינדער אין די וויגעלעך! די צייטונגען פון יענע צייטן באריכטן אז ס'זענען געשלאסן געווארן ארום פערציג טויזענט שידוכים אין יענע קורצע תקופה!
טייערע ברודער און שוועסטער! די געשיכטע הערט זיך גאר שרעקעדיג און רירענד, געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר לעבן נישט אדורך אזא שרעק, אבער לאמיר א מינוט אריינטראכטן:
וואס האט זיך געטוישט פון איין טאג אויפן צווייטן אז מענטשן האבן געטון שידוכים אין די מאסן? וואס האט געעפענט דעם קוואל אז אזויפיל בחורים און מיידלעך זענען געווארן חתן כלה?
ווייל מ'האט געוואוסט אז מ'האט נישט קיין ברירה!!, ס'איז געווען אין א בחינה פון כל רודפיה השיגוה בין המצרים, מ'האט זיך געטראפן צווישן צוויי שמאלע ווענט, אן קיין אויסוועג, און אז מ'האט געשפירט אז מ'מוז, זענען געשען פערציג טויזענט שידוכים און א קורצע וויילע!
חז"ל זאגן דאך אז שידוך איז ווי קריעת ים סוף, וואס ביי קריעת ים סוף איז אויך געווען א מצב פון "מ'מוז". והמים להם חומה מימינם ומשמאלם, קיין וועג צוריק איז אויך נישט געווען, מ'האט געדארפט גיין פאראויס און אז מ'האט געדארפט, האט מען געקענט! אבער מיט א שמחה און אמונה ווייל ויאמינו בה' ובמשה עבדו
אודאי טארן מיר חלילה נישט אריינגיין אין קיין פאניק, אבער אז מ'וועט פארשטיין אז ס'מוז געשען מער שידוכים, מ'וועט פארשטיין די הערצער פון די וואס ווארטן אויף זייער מקדש מעט, וועלן בעזר ה' געשעהן מער שידוכים!
ווי די וועלט טייטש כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים, אז פונקט ווי א ברית האט א באשטימטע טאג, און מ'וועט טון אלעס אין די וועלט אז ביים אכט'ן טאג זאל דאס קינד זיין א איד. גענוי אזוי האבן אונז חז"ל אוועקגעשטעלט אז בן שמונה עשרה לחופה
אן קיין פאניק אבער מיט אלע כוחות לאמיר זען צו טון וואס נאר מעגליך צו מאכן גליקליך אונזערע קינדער און אונז אליינס! והבא לטהר מסייעין אותו
אין די צייטן פון די צווייטע בית המקדש האט אין ירושלים געוואוינט א פרוי מיטן נאמען מרתא בת בייתוס וואס איז געווען די רייכסטע פרוי פון גאנץ ירושלים
ווען ס'איז געקומען די שרעקליכע חורבן האט געהערשט א מורא'דיגע הונגער אין לאנד אז ס'איז נישט געווען וואס צו עסן
האט זיך אמאל געמאכט ווען ס'איז אויסגעגאנגען די לעצט ביסל עסן ביי די פרוי מרתא בת בייתוס האט זי געשיקט איר באדינער אין מארק קויפן נאך מעל, און זייענדיג געוואוינט צו די טייערסטע עסן האט זי אים פארבעטן צו קויפן די ריינסטע סארט מעל
דער באדינער גייט אין מארק, אבער נאך א וויילע קומט ער צוריק מיט ליידיגע הענט זיך פארענטפערנדיג אז ס'איז שוין מער נישטא צו באקומען די ריינסטע מעל
זאגט די פרוי, דעמאלטס ברענג די פשוט'ע מעל
דער באדינער גייט, אבער נאך א וויילע איז ער ווידער צוריק מיט ליידיגע הענט זאגענדיג אז די פשוט'ע מעל איז שוין אינצווישן אויספארקויפט געווארן
זאגט די פרוי, דעמאלטס ברענג די שוואכערע מעל!
דער באדינער גייט, אבער ווייטער איז ער צוריק אן גארנישט, "די שוואכערע מעל איז שוין אינצווישן אויך אויסגעלאפן!"
און אזוי האט זיך איבערגעשפילט עטליכע מאל, ביז די מארק איז געווארן גענצליך אויסגעליידיגט פון אלע סארטן..
די ענדע פון די געשיכטע איז געווען אז די רייכע פרוי האט גענומען איר גאנצע פארמעגן פון גאלד און זילבער און אויסגעווארפן אויף די גאס, אויסשרייענדיג מיט אירע לעצטע כוחות "וואס האב איך פון דעם אויב קען איך נישט קויפן דערמיט קיין עסן?!" און דערמיט איז זי אויסגעגאנגען פון הונגער!!
טייערע ברודער און שוועסטער! ווען מ'הערט אזא מעשה, קלערט מען גלייך אז דער באדינער איז דאך געווען אזא שוטה, א טיפש שאין כדוגמתו, ער זעט דאך מיט די אייגענע אויגן אז מיט יעדע פארבייגייענדע מינוט ווערט די מארק מער און מער אויסגעליידיגט, ווי האט ער נישט געהאט די שכל צו כאפן וואס ס'איז נאך געבליבן?!
אבער איין מינוט.. אויב מ'טראכט אריין אביסל זענען מיר מעגליך נישט צופיל אנדערש.. מיר פארמאגן קע"ה גאלדענע קינדער, געראטן און טאלאנטפול און מיר דארפן פאר זיי זוכן דאס בעסטע וואס מעגליך
אבער טייערע אידן! אמאל קומט צו א פונקט וואס מ'דארף זיך כאפן באצייטענס און גרייט זיין צו בייגן דאס קעפעלע אביסל, ווי די גמרא זאגט נחית דרגא נסיב איתתא-גיי אראפ א טרעפל און האב חתונה, און ווי שנעלער מ'נעמט דעם ערשטן טרעפל, אלס ווייניגער טרעפלעך דארף מען אראפגיין!
ווי הרה"ק ר' הערשעלע מספינקא זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט איבער די נושא פון שידוכים: "אינדערפרי ווען מ'קומט אין מארק טרעפט מען פרישע טאמעטא'ס, ווי שפעטער אלס קלענער ווערט די אויסוואל!"
און מיט פרייליכע הערצער וועט דאס זיין א ירידה לצורך עלי', מיט מזל און פרייד!