אייער שטימע
מעסעדזשעס פונעם ציבור מיט קאמענטארן און געדאנקן
מעסעדזשעס פונעם ציבור מיט קאמענטארן און געדאנקן
שיקט אייערע קאמענטארן און געדאנקן צו info.shidduchresume@gmail.com און שרייבט אינעם subject די ווארט upload
א גוטן, צום אלעם ערשט וויל איך ארויסהייבן דעם געדאנק פון מאכן א אווערנעס אז אלע וואס ווארטן אויפגעראכטן צו ווערן זאלן מאכן רעזומעי'ס, ס'איז א געוואלדיגע מצוה, וזכות הרבים תלוי בה
איך בין א יונגערמאן נאנט צו די דרייסיג, איך האב ב"ה חתונה געהאט שוין א צענערל צוריק און איך און מיינע חברים פירן שוין ב"ה אידישע שטובער און מאכן שוין באלד בר מצוה...
איך האב געלייענט אייער ארטיקל "וואלקן קראצער'ס" און ס'האט מיר געגעבן א בליץ אויף אזא געשיכטע:
כ'האב ערגעץ נאך מיין חתונה געטראפן א חבר וועלכע האט נאך גע'בחור'ט אין ישיבה, דאס איז געווען גלייך נאך סוכות, וואס לויטן חשבון האט ער יענע חנוכה געדארפט ווערן צוואנציג, געדענק איך אז ער האט מיר דעמאלטס געזאגט אז זיין מאמע האט אים קלאר געשטעלט אז זיי הערן נישט אויס קיין שידוכים פאר אים בעפאר חנוכה
ס'איז ווייטאגליך צו הערן אבער ווען חנוכה איז אנגעקומען איז ער שוין געווען געשיקט פון ישיבה, ער האט אנגעהויבן פאלן אין אידישקייט, זיינע יונגערע געשוויסטער האבן אים שוין איבערגעהיפט און ער זיצט נאך און ווארט אז חנוכה זאל אנקומען..
די היט האט ער שוין ממילא אויסגעטון, ס'איז א שאד אז ער האט נישט אנגעטון א שטריימל אנשטאטס..
זאל דער אייבערשטער געבן די ריכטיגע שכל און מענטשן זאלן טראכטן וואס מ'קען פארלירן דורכ'ן ווילן פארדינען, אין א בחינה פון יצא שכרו בהפסדו, און לכל הפחות זאל מען קענען זיין רואיג אז מ'האט געטון וואס מ'האט געקענט
הצלחה וכל טוב!