די שידוך רעזומעי איז א צוזאמענארבעט פון וואויל-טעטיגע עסקנים וואס האבן דערזען א גרויסע לאך ביי די ערשטע שטאפלען פון דעם שידוכים עפאכע, אז ס'פעלן רעזומעי'ס
וואס דאס איז גורם אז:
ס'זענען פארהאן פולע בחורים און מיידלעך וואס קיינער ווייסט כמעט נישט אז זיי עקזיסטירן!
ס'פארשווערט פאר שדכנים און עלטערן צו טרעפן די נויטיג-געזוכטע אינפארמאציע
גוט-הארציגע אידן ווילן העלפן זייערע ארומיגע אבער האבן נישט די מעגליכקייט
ס'הערשט א בושה ביי געוויסע אז די רעזומעי זאל זיך נישט וואלגערן אויף די גאסן
ציל 1 - מיר שטעלן בסייעתא דשמיא צו א קלארע 'שידוך רעזומעי' פארעם מיט גרייט געשטעלטע פראגן, קורץ און מסודר, צו געבן די "ערשטע הילף" צום ערשטן טריט
ציל 2 - מיר עפענען בסייעתא דשמיא א זוך אפציע צו קענען זוכן און טרעפן רעזומעי'ס
געאייגענט פאר:
שדכנים - צו טרעפן און איבערצוגעבן פאר עלטערן דאס ערשט ביסל אינפארמאציע, אויף א קלארע מסודר'דיגע פאפיר
עלטערן - צו טרעפן אנגעטראגענע נעמען, און אליינס זוכן געדאנקן און איבערגעבן פאר א שדכן
סיי ווער - וואס וויל טראכטן און טון פאר אידישע קינדער
כדי צו היטן דעם פריוואטקייט פונעם פראיעקט, ווערן בלויז גענוצט אונזערע “שידוך רעזומעי׳ס”, און נישט אייגענע אדער לענגערע פערזענליכע רעזומעי׳ס.
געדענקט! מיר האנדלען מיט אידישע נשמות, נוצט דעם פלאטפארמע מיט רעספּעקט, אחריות און הארץ.
א טאטע קרעכצט: ווער נאך ווי א טאטע וויל טון פאר זיין קינד אלעס אין די וועלט אויפגעראכטן צו ווערן, אבער איך שפיר ווי געבינדן, אחוץ קאלן שדכנים נאכאנאנד און איינצאלן חודש'ליך קען איך גארנישט טון!
א מאמע וויינט: מיין זון איז שוין 23 יאר אלט, דאס מיינט 5 יאר אויפן מארקעט און איך האב נאכנישט באקומען קיין איין איינציגע פאון קאל פון א שדכן.. איך טוה בלויז נאכלויפן שדכנים וועלכע זאגן שטענדיג אז זיי וועלן מיר אינזין האבן..
א בחור פרעגט: ווייל מיינע עלטערן זענען נישט קיין פאפולערע מענטשן און איך בין נישט דער מציון, דארף אויף מיר וואקסן שימל?!
א מיידל כליפערט: צו בין איך א באשעפעניש פון וועם מ'דארף אוועקשטיין צוליב וואס מיינע עלטערן האבן זיך צעטיילט?!
גוטע אידן מאנען: הלואי קען איך ווען האבן רעזומעי'ס פון בחורים און מיידלעך און אזוי ארום פראבירן צו העלפן מיינע נאנטע און באקאנטע!
טייערע אידישע ברודער און שוועסטער! יעדער פון אונז הערט און זעט די וויי געשרייען, און מיר קענען אלע העלפן!!
טייערע טאטע: זיי זיך מקבל אז סיי ווער ס'טראגט דיר אן סיי וועלכע שידוך, באנעם זיך מיט רעספעקט, סיי אויב דיין ענטפער איז 'יא' אדער 'ניין'
טייערע פעטער: דיין נעפיו איז שוין מחוזק און ווייסט שוין אז ס'גייט קומען איינס אבער א גוטס... הייב אן טון פאר אים, מעגליך גייסטו זיין דער גוטער שליח!
טייערע חבר: אין די צייט וואס דו בויעסט שוין דיין אייגענע שטוב, זיצט נאך דיין חבר אין ישיבה צו בויען א גוטע נאמען פאר שידוכים, טראכט פון אים..
טייערע מתפלל: נאכן קוקן דעם בחור'ס נאמען אויפן תפילין בייטל, טראכט ווי אזוי מ'קען אים העלפן אויפבויען זיין אייגענע שטוב.
טייערע שכן: דיר מיינט די פסוק "טוב שכן קרוב מאח רחוק", נוץ אויס דיין נאענטקייט צו בויען דורות!
טייערע ברודער: ווער נאך ווי דיר האט באמת ארויס דיינע ברודער'ס נאטורן, רוף שדכנים און מאך זיכער אז זיי ווייסן פון אים.
טייערע איד!! צו טון פאר א צווייטן דארף מען נישט קיין לייסענס, נאר א אידיש הארץ.
אויב דו האסט די מעגליכקייט, טראג אן שידוכים, טראכט געדאנקן, העלף דעם עלטערן בחור אהערשטעלן א רעזומעי, גיב דעם עלטערן מיידל חיזוק אז דו טראכסט פון איר נאכאנאנד...
צדיקים האָבן געזאָגט, אַז וויבאלד ס'שטייט אין גמרא (קידושין ב:) אַז איינער וואָס זוכט אַ שידוך איז גלייך צו איינער וואָס זוכט אן אבידה וואָס ער האָט פארלוירן, קומט אויס אַז דער וואָס העלפט יענעם טרעפן זיין שידוך איז ער מקיים דערמיט מעין מצות השבת אבדה. און פון די אַנדערע זייט, ווער עס האָט א גוטן רעיון פאַר אַ שידוך און ער שלאגט עס נישט פאר, איז דא אַ חשש אַז דאָס איז אַריינגערעכענט אין די איסור לאו וואָס שטייט ביי איינער וואֶס זעט אן אבידה (דברים כב ג) "לא תוכל להתעלם" - מען טאָר זיך נישט פארהוילן
די וועלט גיט אן א רמז אויפן ענין פון מאכן א רעזומעי אז דאס איז איז מרומז אין די ערשטע משנה פון מסכת קידושין: הָאִשָּׁה נִקְנֵית בְּשָׁלשׁ דְּרָכִים
בְּכֶסֶף - דורכ'ן געבן געלט פאר שדכנים. בִּשְׁטָר - דורכן שרייבן א רעזומעי. וּבְבִיאָה - דורכ'ן אנטקעגן קומען די שדכנים מיט שעצונג!