די געפילן זענען גערעכטע, אבער הערט א לאגישע גאנג:
מערסטנס מענטשן וואס באגעגענען דיין רעזומעי זענען דא דיר צו העלפן
און לאמיר שוין זאגן אז נישט
דו האסט זיך נישט מיט וואס צו שעמען
און לאמיר שוין זאגן אז יא
שטארקע שאנסן אז ס'וואלגערט זיך שוין סיי ווי
און לאמיר שוין זאגן אז נישט
וואס טוט מען נישט פאר א שידוך?!
צו געוואונען א לאטערי ביסטו גרייט איינצושטעלן אפילו דיין נאמען גייט גיין פאבליק, א שידוך איז א לעבנס געוואונס!
געווען אמאל א איד וואס האט געהאט א פערדל. דאס פערד איז געווען זיין גאנצע הילף אין פרנסה, דערמיט איז ער געפארן, געשלעפט, געארבעט.
איין טאג איז דאס פערד אנטלאפן אין וואלד אריין!
די שכנים זענען געקומען מיט קלאגן מיט רחמנות:“אוי וויי, אזא צרה!”
רופט זיך דער איד אן: “פון וואו ווייסט איר אז דאס איז שלעכט?”
גייט אריבער אפאר טעג און דאס פערד איז דא צוריק, אבער נישט אליין.. נאר ער האט מיטגעברענגט נאך עטליכע פערד!
די שכנים קומען צו לויפן: “אה! ביסט גערעכט געווען, דאס איז גאר געווען א טובה!”
רופט זיך דער איד אן: “פון וואו ווייסט איר אז דאס איז גוט?”
שפעטער האט זיין זון פראבירט רייטן אויף איינע פון די נייע פערד. דער פערד האט אים אנידער געווארפן און צובראכן א פוס!
די שכנים שרייען: “אוי, יעצט איז זיכער שלעכט!”
דער איד זאגט: “פון וואו ווייסט איר אז דאס איז שלעכט?”
קורץ דערויף זענען סאלדאטן פון קעניג געקומען נעמען בחורים אין מיליטער. אלע זענען אוועקגעפירט געווארן אבער זיין זון מיטן צעבראכענעם פוס, איז געבליבן!.
דאס איז א יסוד וואס מיר דארפן סתם אזוי ארייננעמען אין אונזער לעבן אז אונז קליינע מענטשעליך זעהן גאר א קליין בילד פונעם באשעפער'ס גרויסן פלאן, און נישט וואס מיר מיינען איז שלעכט איז שלעכט און נישט וואס מיר מיינען ס'איז גוט איז גוט
אבער דאס האט א געוואלדיגע לעקציע פאר שידוכים
אמאל קלערט מען: דאס וועט שטערן מיין שידוך און יענץ וועט ברענגן מיין שידוך, און צום סוף שטעלט זיך ארויס גענצליך פארקערט
דאס זענען מעשים בכל יום אז דוקא דאס וואס האט אויסגעזען ווי די צוריקהאלט איז גאר געווען די ישועה!
דוקא זיין עלטערע יארגאנג האט איבערצייגט אויף זיין ערוואקסנקייט
דוקא דאס לאזן א יונגערע גיין קודם האט געוויזן אויף איר גוט הארץ
דוקא די באוואקסענע בארד האט עדות געזאגט אויף זיין שטארקייט
דוקא די שטוב מצב האט געהויבן איר ספעציעלקייט
אשר על כן טייערע ברודער! לאמיר זיך אינגאנצן איבערגעבן אין די הענט פונעם אייבערשטן און טון השתדלות ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, אבער די שידוך זעלבסט וועט קומען פונעם יושב ומזווג זיווגים אליינס, מיט מזל און גליק!
מיט עטליכע יאר צוריק האט אמעריקא אויפגעבויעט די צוויי וועלטס העכסטע געביידע'ס דינענדיג אלס די שטאלץ פארן לאנד. בימים ההם האבן אלע מיטגעהאלטן מיט שפאנונג ווי ס'בויעט זיך נאך א שטאק און נאך א שטאק ביז צו איר אויסטערלישן הייעך
אריבער איז אפאר יאר ווען איין שיינעם צופרי האט די וועלט אויפגעטרייסלט מיט די ברעכענדע נייעס אז די צוויי וואלקן קראצער זענען צעפאלן ווי שפילצייג, און ביז מינוטן זענען די יארן פון הארעוואניע געגאנגען א גאנג! א אקט וואס האט אפגעקאסט פולע לעבנס, אסטראנאמישע שאדנ'ס און איבערגעלאזט א שרעק פונעם צוקונפט
טייערע ברודער! מה ענין וואלקן קראצער אצל שידוכים?!
שטייט א טאטע און א מאמע און האדעווען אויף זייער יונגעלע מיט הארץ און נשמה, זיי ווילן געוויס דאס בעסטע פאר זייער קינד, זיי האפן און שטרעבן אז זייער צדיק'ל זאל זיין א שטאלץ פאר די משפחה און ברענגען נאר נחת. דאס קינד ווערט גרעסער און גרעסער, פון חדר צו ישיבה קטנה, דערנאך ישיבה גדולה, נאך א יאר און נאך א יאר ביז ער ווערט שוין קע"ה 18, אבער דא געשעהט עפעס אומדיירעקט..
די עלטערן באטראכטן זייער זון און קלערן אז ער איז נאכנישט גענוג מעטשור און רייף חתונה צו האבן.. חז"ל זאגן טאקע אז בן שמונה עשרה לחופה, די צייט פון חתונה האבן איז ביי די 18, אבער זייער זון איז נאכנישט גענוג ערוואקסן, און בכלל היינטיגע צייטן איז שוין אנדערש ווי אמאל, די היינטיגע יוגענט זענען גרויסע בעבי'ס, און מ'באשליסט אז "אונז הערן נאכנישט אויס ביז א געוויסע צייט"
דאס זעלבע שפילט זיך אפ אין א צווייטע שטוב מיט א מיידל וועלכע די עלטערן מחמת אמת'ע געטריישאפט פארשטייען אז זייער טאכטער איז נאכנישט רעדי אויפצושטעלן א אייגענע שטוב.
און אזוי לאזן זיי די קינדער וואקסן און אונטערוואקסן ביז די עפעלעך וועלן ווערן אינגאנצן רייף. ווען פלוצלינג.. און אומערווארטעט טראסקעט ליידער אראפ די גאנצע געבוי, און אנשטאט ווערן רייפער, טרעפט מען זיך מיט א עפל וואס איז שוין איבערגערייפט! ליידער הערט מען נאכאנאנד גוטע בחורים און געלונגענע מיידלעך וואס מ'האט זיי געלאזט ווערן בעסער, און ס'האט זיך צום סוף געענדיגט דאס פארקערטע..
אוודאי ווען מ'טוט וואס מ'קען, און מן השמים איז באשערט צו ווארטן, דארף מען זיך אינגאנצן פארלאזן אויפן אייבערשטן און גלייבן אז הוא בורא ומנהיג לכל הברואים און ער האט פון קיינעם חלילה נישט פארגעסן!
אבער טייערע עלטערן! איר מיינט דאך די טובה פון אייער קינד, די גרעסטע טובה וואס איר קענט טון פון די מינוט וואס די זייגער קלאפט אויף 18, איז זיי העלפן טרעפן זייער באשערטע, ווייל פון יעצט איז לא 'טוב' היות האדם לבדו, ס'איז נישט גוט פאר זיי נישט ברחוניות און נישט בגשמיות און כל שכן היינטיגע צייטן
א איד איז אמאל אריינגעקומען צו הרה"ק מסאטמאר זצ"ל זיך אפרעדן אז מ'טראגט אן פאר זיין זון א היינטיגער שידוך און זיין זון וויל טון דעם שידוך. האט אים דער רבי געזאגט: טוה שנעל א היינטיגע, ווייל אז נישט וועסטו מארגן דארפן טון א מארגן'דיגע..
אשר על כן, לאמיר צוגיין אן קיין זארג און שרעק וויסענדיג אז דאס איז די רצון ה', ווי מיר טרעפן ביי חזקי' המלך וואס האט נישט געוואלט חתונה האבן צוליב וואס ער האט געזען אז ס'וועלן ארויסקומען פון אים נישט ערליכע קינדער, האט אים ישעי' הנביא געזאגט אז ער דארף טון וואס דער אייבערשטער האט געהייסן, און דער אייבערשטער וועט שוין טון דאס זייניגע. לאמיר זוכן פאסיגע שידוכים פאר אונזערע קינדער און מיר וועלן בעזר ה' זען אסאך אידיש נחת און לעכטיגע דורות!!